By IGGERES
Jan 1, 2024
153 CLINTON LN. #202 SPRING VALLEY NY 10977, United States
The auction has ended

LOT 2:

מטבע של 5 סענט מבורכת מהאדמו’’ר מטשערנאביל

catalog
  Previous item
Next item 

Start price:
$ 30
Buyer's Premium: 25%
sales tax: 8.875% On commission only
Users from foreign countries may be exempted from tax payments, according to the relevant tax regulations
01/01/2024 at IGGERES
tags:

מטבע של 5 סענט מבורכת מהאדמו’’ר מטשערנאביל
האדמו''ר שליט''א איז געבוירן געווארן י"א חשוון תש"ה אין ירושלים
צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא טווערסקי, טשערנאבלער רבי,
און זיין מוטער בלומא טויבא, א טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין פון סטרעטין אין ירושלים.
ער האט געלערנט אין דער בעלזער ישיבה.
אין זיינע יונגע יארן פלעגט ער גיין צו די טישן פונעם בעלזער רב מהר''א זי''ע
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית לאה, א טאכטער פון הרב שלום מיכאלאוויטש האדמו"ר מבראד,
א בן אחר בן פון רבי יצחק מראדוויל
די ערשטע פאר יאר נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין א"י, ער איז געווען באוויסט מיט א דערהויבנקייט אין הצנע לכת ווי אויך האט זיין פאטער ארויסגעוויזן צו אים א גרויס נאנטשאפט.
שנת תשל"ח האט ער זיך געצויגן קיין אמעריקע וואו זיין שווער הרב שלום מעכלאוויטש האט געוואוינט
און איז אויך שנעל געווארן באוואוסט מיט זיין איידלקייט וואו ער האט געלערנט אין די סקווירא כולל,
אזוי אויך איז ער געווען א מתפלל אין סאטמאר ביהמ"ד, און אויך ביי זיין שווער'ס ביהמ"ד.
ווען זיין פאטער רבי משולם זוסיא איז נפטר געווארן י"ז מרחשון תשמ"ח,
האט ער איבערגעלאזט א צוואה אז אלע זיינע זין זאלן פירן רעביסטעוועס.
נאך דער פטירה פון זיין פאטער איז ער געווארן באקרוינט ממשיך צו זיין די דינאסטיע אין אמעריקע
וואו ער האט אויפגעשטעלט א קהילה וואו מבקשי השם געפינען דארט זייער מקום
און וואו אויך איז נתייסד געווארן אונטער זיין הדרכה הפרטית חבורות בחורים און אינגעלייט
גערופען "חבורת מאירת עינים".
ער האט אויך ממלא געווען דעם רצון פון זיין פאטער און געעפנט א ישיבה,
און האט עס גערופן על שמו ועל זכרו פון זיין פאטער "ישיבה ומתיבתא עטרת משולם זוסיא".


catalog
  Previous item
Next item